Featured Donations
{{donor.donorName||'Anonymous'}}
{{teams.current.teamName}}
{{teams.current.assignment}}
{{teams.current.teamNotes}}
{{donor.donorName||'Anonymous'}}
{{donor.timeAgo}} with {{donor.teamName}}
{{donor.timeAgo}} with {{donor.teamName}}
{{matcher.matcherNotes}}
בעזהשי"ת
ממשיכים ביתר שאת וביתר עוז!
העלפט ארויס "חבורת פריעדמאן" זאל קענען ווייטער ממשיך זיין!!
חבורת פריעדמאן אין ירושלים עיה"ק איז אויפגעשטעלט געווארן אפאר יאר צוריק דורך די חשובע ראש החבורה הרה"ג המפורסם ר' בעריש פריעדמאן שליט"א נאכן מיטהאלטן פונדערנאנט ווי טייערע בחורים וואס קומען לערנען קיין ארץ ישראל פילן זיך ממש ווי אויפ'ן וואסער, און זיי האבן נישט די ריכטיגע באגלייטונג וואס פעלט זיך אויס צו קענען אויסנוצן די יארן ווי עס באדארף צו זיין.
די חבורה גייט אן רונדע דעם זייגער 24 שעה א טאג 7 טעג א וואך, ווי עס צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף, דריי תפילות א טאג מיט סדרי הלימוד פארמיטאג, נאכמיטאג און ביינאכט. במשך שב"ק איז אויך צוגעשטעלט אלע תפילות און סעודות, א בחור זאל פילן ממש ווי אינדערהיים, ס'זאל אים גארנישט פעלן צו קענען צוקומען צו זיין מאקסימום הצלחה.
און שפיץ שטייט ר' בעריש שליט"א וואס זיין גאנצע הארץ און נשמה איז פאר די טייערע בחורים, און לייגט אריין איבערמידליכע כוחות אויף יעדן טריט און שריט, און האט א פערזענליכע נאנטע קשר מיט יעדן בחור פערזענליך, און טוט אויף גדולות ונצורות אריינלייגנדיג א געשמאק אין תורה וחסידות, סיי בפרטיות און סיי בכלליות רעדנדיג צו די גאנצע חבורה תלמידים הקרויים בנים, אוועקצושטעלן די בחורים פאר די גאנצע לעבן מיט די ריכטיגע השקפת החיים.
אויפצוהאלטן אזא מקום קדוש קאסט אפ ממון ודמים, מוזן מיר צוקומען צו מאכן די קאמפיין אז די חבורה זאל קענען ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז, אויפצוטון ווי מער פאר די טייערע בחורים.
בזכות דעם וואס איר שטיצט און האלט אונטער אזא הייליגע פלאץ זאלט איר קענען שטענדיג ממשיך זיין צו געבן און איר זאלט געבענטשט ווערן מיט אלע גוטע ברכות בני חיי ומזוני וכל טוב סלה!