£
{{secondaryProgressCount()}} {{campaign.secondaryProgressName}}
Raised Of
{{campaign.isBonus?campaign.bonus:campaign.goal|currency}}
Bonus Goal
Original Goal {{campaign.goal|currency}}
{{percentRaisedTotal() }}%
{{teams.current.teamName}}
{{teams.current.teamNotes}}
{{teams.current.totalRaisedQty}}
Donors
{{teams.current.totalRaised|currency}}
Raised Of
{{teams.current.teamGoal|currency}}
{{donor.initials}}
{{donor.donorName||'Anonymous'}}
{{donor.donationValue|currency}}

{{donor.timeAgo}} with {{donor.teamName}} 

{{donor.message}} 

{{donor.reply}} 
{{communities.current.communityName}}
{{communities.current.communityNotes}}
{{communities.current.teamsCount}}
Teams
{{communities.current.totalRaised|currency}}
{{team.teamName}}
{{team.communityName}} 
{{team.teamNotes}} 
{{team.totalRaisedQty}}
Donors
{{team.totalRaised|currency}}
Raised Of
{{team.teamGoal|currency}}
Team Page
{{community.communityName}}
{{community.communityNotes}} 
{{community.teamsCount}}
Teams
{{community.totalRaised|currency}}
Teams

{{matcher.matcherNotes}}

MARS

Founded in 2008 Mars is rapidly growing. What started out as a single handed small operation, born out of the innate genuine desire to help patients facing medical crisis has to date evolved into a multi-faceted organization and demand for its services are constantly rising.

Under the leadership of Harav Hershel Grunfeld, MARS was established to field calls of individuals seeking medical advice and referrals. In addition, we provide extensive patient advocacy which branches out to a multitude of services.

Today, MARS has 13 full time staff who are always available to answer your call and to be there for you in numerous ways. Our staff consists of trained and sensitive individuals who will guide and advise each caller with individuality and consideration. Whether it’s for a medical referral or to expedite an appointment, support and guidance for a newly diagnosed patient, callers can be confident that their inquiry will be handled professionally and perceptively. Our multiple phone lines constant ringing is evidence to the significance of our crucial and unique services that we provide to the community. All our services are completely free to any individual reaching out for a helping hand and a listening ear. No request was ever denied and no call for help was ever rejected.

 
 
For more information, please visit http://marsorg.com/


וואס איז דאס רפואה-MARS?

רפואה-MARS האט פון די ערשטע מינוט וואס זי האט זיך געגרינדעט, דורכ'ן וועלט בארימטן איש החסד והרפואה הרב הערשל גרינפעלד הי"ו, גענומען פאר איר ציל צו אויפבויען א 'בריק' צווישן חולי ישראל, אידישע קינדער וואס שמאכטן אויפן קראנקן בעט, און זייערע דאקטוירים. "רפואה-MARS" האט זיך אויפגעבויעט א מעכטיגער עקספערטיז, ווערנדיג די סאמע גרעסטע אידישע עקספערטן ווען עס קומט צו חולי ישראל ורפואותיהם. מיט גרויס סייעתא דשמיא האט "רפואה-MARS" מיט זייער אויסטערלישע וויסנשאפט, אויפגעבויעט א געוואלדיגער קשר צווישן די פילע חולי ישראל פון אונזער שטאט, וואס ווייסן נישט צו וועמען זיך צו ווענדן פאר הילף, זיי ווייסן נישט וואס צו פרעגן, וואס צו זאגן, און וואס צו טאן, און רפואה-MARS האט איבערגענומען זייער ארבעט, ווען הרב ר' הערשל מיט זיין גרויסער שטאב פון דרייצן היימישע העלדישע מעדיצינישע מומחים, שטייען און זארגן, פיזיש און גייסטיש, מאראליש און פינאנציעל פאר די וואוילזיין פון די חולי ישראל.

"רפואה-MARS" איז געווארן דער 'רוקן ביין' פון חולי ישראל. "רפואה-MARS" האט געראטעוועט הונדערטער חולי ישראל די לעצטערע יארן, זיי געהאלפן טרעפן די ריכטיגע דאקטוירים, ווען עס האט אויסגעפעלט, זיי צוגעשטעלט די פינאנציעלע הילף, געספאנסערט הונדערטער שלאפלאזע נעכט יערליך, און אומערמידליכע שתדלנות, צו קענען געבן די סאמע מערסטע קעיר און הילף פאר די חולי ישראל.

עס איז צום שטוינען און באוואונדערן, ווי די גוי'אישע דאקטוירים, און גרעסטע פראפעסארן, וואס האנדלען דורכאויס דעם יאר מיט די גרויסע שטאב פון עסקנים, פון "רפואה-MARS", קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן וויאזוי אידישע קעפ, וואס האבן זיך געהאדעוועט אין אונזערע היימישע קהילות, זענען אויסגעשטיגן צו אזעלכע פארשטענדליכע מענטשן, מיט אזויפיל נאלעדז"ש און וויסנשאפט ווען עס קומט צו היילן אידישע קינדער.

די געוואלדיגע 'רעספעקט' וואס די ארטיגע לאנדאנע דאקטוירים ווייזן ארויס פאר די דרייצן העלדישע מיטארבעטער אין אפיס פון "רפואה-MARS", וועט אין די קומענדיגע טעג איבעררינען, און גאנץ לאנדאן וועט ארויסווייזן די סאמע גרעסטע דרך ארץ  און רעספעקט, פאר די העלדישע עסקנים, וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די לאנדאנ'ער אידנטום, יעדן איינציגן טאג פון יאר!

צווישן די 'געזונטע' אידן אין לאנדאן כ"י, איז נישט געווען אזוי באקאנט ביז היינט די געוואלדיגע פעולות לטובה פון דעם הייליגן ארגיניזאציע "רפואה-MARS", אבער ליידער אין שאטן פון די ביטערע קאראנע מגיפה, האבן שוין גאנץ לאנדאן, זיך באקאנט געמאכט, מיט די הייליגע ארגיניזאציע וואס איז געשטאנען אויפן פראנט, צו באקעמפן די ביטערע מגיפה.

אצינד ווען מיר שטייען נאך די שרעקליכע מגיפה, ווען גאנץ לאנדאן איז דאנקבאר פאר "רפואה-MARS" פאר'ן שטיין אין די פאדערשטע ליניעס ביים ראטעווען הונדערטער אידישע קינדער ממות לחיים, און אלע משפחות און באקאנטע פון חולי ישראל פון די לעצטערע יארן, זענען איבערגעפילט מיט הכרת הטוב פאר די הייליגע ארגיניזאציע, הערט זיך שוין די הויכע פיס טריט פון דעם לאנדאנ'ער אידנטום, וואס שפאנט פאראויס מיט גרויסע טריט, מיט א זעלטענער אחדות, צו ראטעווען "רפואה-MARS" פון אונטערגיין, צו ראטעווען חולי ישראל פון אויסגיין, צו ראטעווען די געזונט פונעם אידנשטום אין לאנדאן הבירה!

לאנדאן וועט נישט האבן קיין צייט צו אטעמען... ביים פייערליכן 'נשימה ונשימה' קאמפיין צו געבן לופט צו אטעמען פאר חולי ישראל פון לאנדאן. עס איז אונזער הייליגער פליכט צו דערהערן די וויי געשריי פון די חולי ישראל, און זיי נישט לאזן אונטערברעכן, אין קיין שום סיטואציע.

אין די קומענדיגע טעג וועט לאנדאן מארשירן פאראויס פארן וואוילזיין פון אלע אידישע קינדער דא אין שטאט, לאנדאן וועט אויסשרייען הויעך און קלאר:

"מיר שעצן אייך! מיר דארפן אייך! מיר וועלן אייך נישט לאזן אונטערברעכן!"