Emunas Yisroel Lakewood
- {{teams.current.teamName}}
$
{{secondaryProgressCount()}} {{campaign.secondaryProgressName}}
Raised Of
{{campaign.isBonus?campaign.bonus:campaign.goal|currency}}
Goal
Original Goal {{campaign.goal|currency}}
{{percentRaisedTotal() }}%
{{region.regionName}}
{{region.regionRaised|currencyRate(region.regionGoalCurrency)}} 
Goal:
{{region.regionGoal|currency(region.regionGoalCurrency)}}
{{region.regionContact}}
  • {{stage.description}} {{stage.description2}}

שבת פרשת ויקרא תשע"ד האט מען בשעה טובה ומוצלחת מייסד געווען דעם שטיבל, בהדרכתו ובברכתו פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן שליט"א More ...

{{teams.current.teamName}}
{{teams.current.assignment}}
{{teams.current.teamNotes}}
{{teams.current.totalRaisedQty}}
Donors
{{teams.current.totalRaised|currencyRate(teams.current.teamCurrency)}}
{{teams.current.totalRaised|currency}}
Raised Of
{{teams.current.teamGoal|currency(teams.current.teamCurrency)}}
{{donor.initials}}
{{donor.donorName||'Anonymous'}}
{{donor.donationValue|currency}}

{{donor.timeAgo}} with  {{donor.teamName}} 

{{regions.current.regionName}}
{{regions.current.teamsCount}}
Teams
{{regions.current.regionRaised|currencyRate(regions.current.regionGoalCurrency)}}
{{communities.current.communityName}}
{{communities.current.teamsCount}}
Teams
{{communities.current.totalRaised|currencyRate(communities.current.communityGoalCurrency)}}
{{team.teamName}}
{{team.assignment}}
{{team.teamNotes}} 
Read More
{{team.totalRaisedQty}}
Donors
{{team.totalRaised|currencyRate(team.teamCurrency)}}
{{team.totalRaised|currency}}
Raised Of
{{team.teamGoal|currency(team.teamCurrency)}}
Team Page

{{matcher.matcherNotes}}

בית המדרש אמונת ישראל לעיקוואד וואס שטייט נתייסד געווארען בהדרכתו ובברכתו פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן שליט"א  איז ברייט באקאנט אלס א געוואלדיגע חשובע מקום תורה ותפלה וחסידות - שבת פרשת ויקרא תשע"ד האט מען בשעה טובה ומוצלחת מייסד געווען דעם שטיבל, טאקע קליין בכמות אבער גרויס באיכות. מען האט געדינגען א קליינע הייזקעלע – וואו עס איז נאך ביז היינט סטאנציאנירט די בית המדרש - וואס אפילו דעמאלטס איז עס שוין געווען ענג. אבער איידערן וויסן ווי אזוי עס וועט זיך אויסשטעלן, איז דאס געווען גענוג. אין אנהויב האט מען זיך נאר צוזאם גענומען צו די תפילות פון שבת אינדערפרי.

עווענטועל האט מען אויך אנגעהויבן צו דאווענען די תפילות ימים טובים אינאיינעם, און היינט קומט מען זיך שוין אויך צוזאם יעדער נאכט צו שיעורי תורה און תפילת מעריב, ווען אין די זעלבער צייט פונקציאנירט א 'כולל ערב' לשם ולתפארת.

במשך די יארן איז דער שטיבל באקרוינט געווארן מיט א ראש החבורה, הלא הוא הרב ר' יחזקאל האזענפעלד שליט"א, וועלכע איז א דערהויבענער פערזענליכקייט און איז בברכת מורנו שליט"א אויפגענומען געווארן צו פירן דאס בית המדרש במעגלי צדק. דער ראש החבורה שליט"א איז גאר אסאך משפיע מהודו והדרו אויף אלע חברי השטיבל, און זעהט אז די מטרה פון די בית המדרש זאל פארפולקאמט ווערן מיטן גרעסטן שלימות.

היינט-צו-טאגס פארמאגט שוין דער שטיבל קרוב צו פופציג קביעות'דיגע מתפללים. די רשימה נעמט אריין אין זיך אינגעלייט פון אלע יארגענג, סיי יושבי אהל און סיי בעלי בתים, אבער הצד השוה שביניהם אז זיי אלע ווילן דינען דעם אויבערשטן אין דעם ווארימען חסיד'ישן ווינקל, מיטן ספעציעלן חן און נעימות פון אמונת ישראל.

חוץ פון די תורה ותפלה וואס ווערט אפגעראכטען אויף א הערליכע פארנעם, איז נתייסד געווארן מפעלי צדקה וחסד אינערהאלב די קהילה, ווי למשל, קרן חתנים, קמחא דפסחא, און נאך פראיעקטן. כדי זיכער צו מאכן אז עס פעהלט קיינעם גארנישט, ווייל יענעמ'ס גשמיות דארף זיין אזוי ווי די אייגענע רוחניות.

אונזער שטיבל איז געשטיגן מעלה מעלה אינעם נשמה'דיגע טייל פון א קהילה, אבער אין די זעלבע צייט איז די פיזישע אכסניא פונעם בית המדרש געווען זייער ענג און נישט באקוועם. סיי די צמצום אין פלאץ, סיי די אלטקייט פונעם בנין און סיי די אפהאלט פון אריינעמען נאך אינגעלייט וועלכע האלטן אין איין צוקומען צו דעם מקום קדוש.

דאס האט געברענגט, אז במשך די לעצטע פינעף יאר, האט שוין מורנו המשגיח שליט"א שטארק אנגעהויבן שטופען די עסקנים זיך אריין צו לייגן אינעם ענין פון קויפן אן אייגענעם שטח און בויען א רחבות'דיגע בנין פאר די בית המדרש.

א ווארימע רוף פון א ברודערליכע הארץ!

מיר קומען היינט ארויס צו מיט א הארציגע בקשה, צו אלע חברי קהילתנו די בכל אתר ואתר. אונזער ציבור דא אין לעיקוואד האט זיך שוין ביז יעצט אנגעשטרענגט מיט איבער מענטשליכע כוחות למען הקמת בית המקדש מעט זה. און זיי זענען ווייטער דא מיט א גרייטקייט זיך אוועק צו געבן בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד פאר די הייליגע מטרה.

אבער מיר קענען נישט אליין! מיר דארפן אייער ווארימע הילף!

מיר זענען אלע איין גרויסע משפחה, אונזער בית המדרש וועט בסייעתא דשמיא פונקט ווי די צענטראלע 'אמונת ישראל' שוהל, און 'אמונת ישראל' אין אלע שטעט, דינען אלץ א הייליגער ריינע ווארימע ווינקעל, פאר תורה ועבודת השי"ת, התעלות והתחזקות בין אדם למקום ובין אדם לחברו, אלעס אויפן דרך וואס מיר זענען אויפגעוואקסן אונטער די פארטוך פון מורנו המשגיח שליט"א.

טייערע ברודער! ענטפערט 'הנני' צום קריאת הקודש מעומק לבו הטהור פונעם משגיח שליט"א! אייער ברייט הארציגע שטיצע ביים יעצטיגע 'ושמחנו בבנינו' קאמפיין מאכט אייך א פולשטענדיגע שותף לנצח אינעם בית שמגדלין בו תורה ותפלה וחסד, א בית שמגדלין בו דורות העתידים לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו!

די פייערדיגע תפילות! די מאסיווע קול תורה! די דערהויבענע שבתים! די הארציגע שירות ותשבחות! די טויזנטער טבילות! אלעס אלעס וועט אייך באגלייטן און באלייכטן בזה ובבא!