Featured Donations
{{donor.donorName||'Anonymous'}}
{{teams.current.teamName}}
{{teams.current.assignment}}
{{teams.current.teamNotes}}
{{donor.donorName||'Anonymous'}}
{{donor.timeAgo}} with {{donor.teamName}}
{{donor.timeAgo}} with {{donor.teamName}}
{{matcher.matcherNotes}}
אין המצוה נקראת אלא על שם גומרה
איינער פון די שענסטע דיימאנטן וועלכע באשיינען דעם עיר ואם בישראל לעיקוואד, איז בלי שום ספק דער בית המדרש חתם סופר. דער בית המדרש איז א צענטער פאר די גאנצע רידזש געגענט והגלילות, וואו הונדערטער אידן לומדי תורה ויראי ה' געפונען א ווארימע ווינקל וואו צו זעטיגן זייערע נשמות, מיט תורה און תפלה, חיזוק והדרכה, עונג רוחני מלא טעם.
די נוסחאות און מנהגים ווערן גענצליך אפגעראכטן אויפן דרך פונעם רבן ומאורן של ישראל דער הייליגער חתם סופר זי"ע. עס דערקענט זיך בלי שום ספק אז דער הייליגער גייסט פונעם מאור הגדול דער חתם סופר שוועבט אינעם בית המדרש, און גיסט אריין עמערס פון תורה און קדושה אין די אטמאספער.
דער בית המדרש ווערט געפירט תחת נשיאותו הרמה פונעם געשעצטן און באליבטן רב הגה"צ רבי אברהם ישעיה פראנד שליט"א, וואס חוץ פון זיין גאונות נפלאה בכל חלקי התורה איז ער באשאנקען מיט א געוואלדיגע חכמה און זעלטענע געטריישאפט פאר אלע בני הקהילה. דער רב שליט"א געבט כסדר איבער קלארע שיעורים נפלאים, און טרעט אויף מיט דרשות וועלכע באצויבערן די בני הקהילה, וועלכע טרינקען מיט דארשט די דברים היוצאים ממעיין המתגבר.
די מתפללי ולומדי בית המדרש זענען גאר חשוב'ע און ערנסטע אידן, וואס תורת ה' היא שאיפתם ועבודת ה' היא מגמתם. די בני הקהילה שעפן זייער חיות צווישן די הייליגע ווענט, און נעמען פון דא כוחות און עצות צו פירן זייערע הערליכע שטובער במסילה העולה בית ה', און שטעלן אויף לעכטיגע דורות בנים ובנות בדרך הישר והטוב.
די רחבות'דיגער בנין בית המדרש און מקוה איז פראכטפול שיין. עס איז ממש לעצטנס גענדיגעט געווארן מיט די נדבת לב פון די בני הקהילה און פון אחינו בני ישראל וועלכע האבן געשפירט פאר א זכיה אוועק צו רייסן פון זייער פארמעגן, לפאר ולרומם בית ה', און צו ערמעגליכן פאר די מתפללים ולומדים צו לערנען און דאווענען מיט הרחבת הדעת.
אבער היות עס איז נאך געבליבן א גרויסע סכום אויף צו משלים זיין די אויפבוי פונעם בית המדרש און די העריכע מקוה, זענען די עסקני בית המדרש געצווינגען ארויס צו קומען מיט א בקשה מעומק הלב צו אלע אונזערע ידידים, שכנים, קרובים און כלל הציבור:
ביטע שטרענגט אייך אהן צו מנדב זיין כפי יכולתכם, און יותר מכפי יכולתכם, אז מען זאל קענען צוענדיגען די לעצטע דעטאלן פונעם בנין און אפצאלן אלע חובות. אזוי ארום זאל מען ווייטער קענען עוסק זיין בתורה בעבודה וחסד, מיט א ברודערליכע אחדות און געמיינזאמע שאיפה.
מיר וואונטשען אלע נדיבי לב, יהי רצון אז איר זאלט געבענטשט ווערן מיט כל משאלות לבכם לטובה ולברכה, איר זאלט זעהן הויפענעס נחת ביי אלע אייערע קינדער און אייניקלעך, שפע רב און לאנגע געזונטע פרייליכע יארן.
די זכות פון צו העלפן צום בנין בית המקדש מעט, ברוב פאר והדר, וועט אייך זיכער ביישטיין בזה ובבא, לנצח נצחים.