MARS - the premiere organization servicing patients and their families in the UK and Europe - is constantly providing access to unparalleled care and connecting patients with the most current research on available trials and treatments. When one has an illness and is experiencing an overwhelming sense of uncertainty, MARS steps in and gives them the HOPE. Our team walks alongside the patient and family through diagnosis, treatment, recovery and beyond.
MARS is the preeminent resource for medical referrals for various medical conditions. Through ongoing research and relationships with top specialists, each in their specific field, the MARS medical team has developed a uniquely qualified understanding of which professional is best suited for each patient and their diagnosis.
Our goal is to ensure each individual’s chance of the best possible outcome. MARS raises the standard of treatment for each patient by ensuring that they receive expeditious and top-tier treatment. Our team advocates for patients to secure appointments and access to treatments, an effort which can otherwise take months. MARS provides financial grants for life-saving diagnosis, and insurance industry guidance to ensure that the best care is covered. MARS also assists patients and families with obtaining medical records, crisis intervention and much more.
MARS’s annual budget is over £2 million and is, unfortunately, growing rapidly. MARS must raise the necessary funds and meet this campaign’s goal in order to be able to continue our activities and raise the standards of caring for Cholei Yisroel.
You can help over 3,200 patients and their families who rely on MARS! You can be a part of ensuring that they receive the care they so desperately need. Please partner generously.
In this Zchus, may you only have health and happiness in your household.
מארס - א לעבנס וויכטיגע ארגעניזאציע וואס מ'דארף פאר קיינעם נישט פארשטעלן, זייענדיג די סאמע גרעסטע ריפערל ארגעניזאציע אין ענגלאנד און איבער גאנץ אייראפע, מארס האט בלויז אין די לעצטע יאר באוויזן צו ארויסהעלפן איבער דריי טויזנט פאציענטן וואס האבן געדארפט צוקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונגען.
מארס האט גענומען אויף זיך די ריזן אויפגאבע אויפצובויען קשרים מיט די סאמע גרעסטע דאקטוירים כדי צו קענען ארויסהעלפן חולי ישראל באקומען די בעסטע באהאנדלונג ביזן זוכה זיין צו א רפואה שלימה.
ווען עס מאכט זיך ליידער אין א פאמיליע אז א משפחה מיטגליד ווערט דיאגנאזירט, ברענגט עס א שרעקליכע פארלוינקייט און צעמישעניש, מ'ווייסט נישט וואו צו לייגן די קומענדיגע טריט, וויאזוי קען מען פארגרעסערן די שאנסן אז ער זאל האבן א שנעלע רפואה, אין אזעלכע מינוטן וועט מארס אריינקומען אין בילד און ברענגען האפנונג.
דורכאויס די יארן האט מארס אויפגעבויעט א ריזן באזע פון צענדליגע קעיס ווארקערס וואס זענען אויסגעקאכט מיט א געוואלדיגע בקיאות אין אלע עספעקטן פון די מעדעצינישע וועלט, דאס גיבט זיי די אויסטערלישע מעגליכקייט צו קענען באגלייטן די חולי ישראל און זייער פאמיליעס טריט ביי טריט ביזן דערגרייכן די ליכטיגקייט ביים ענדע פון די טונעל.
מארס פארקערפערט אונטער זיך איין און דרייסיג איינגעשטעלטע וואס געבן אוועק זייער לעבן פאר חולי ישראל, זיי שטייען אויף אינדערפרי מיט איין ציל לייכטער צו מאכן פאר אידן וואס דארפן ליידער באזוכן די שפיטעלער, דאס באגלייט זיי די גאנצע טאג און אסאך מאל ביז טיף אינמיטן דער נאכט.
די ריזן אפעראציע מיט אלע קאסטן אין וואס דאס שלעפט אריין האט געפירט אז מארס זאל טראגן א בודזשעט מיט זיך פון איבער 1.8 מיליאן פונט, און ליידער טוט זיך דער נאמבער נישט אפשטעלן, מ'זעט שוין יעצט אז היי יאר וועט עס אריבערגיין די 2 מיליאן.
כדי צו קענען ווייטער שטיין צו די האנט פון אזויפיל חולי ישראל האט מארס אונטערגענומען א ריזן קאמפיין צו אויפטרייבן די נויטיגע געלטער מיט וואס צו קענען דעקן די בודזשעט כדי געלט זאל נישט זיין קיין אפהאלט.
מיר ווענדן זיך צו אייך בשליחות פון חולי ישראל, ביטע שליסט זיך אן אין מארס און ווערט א שותף צו קענען העלפן פינאנצירן די לענבס וויכטיגע קאסטן, מיר בעטן פון אייך איר זאלט ביישטייערן לכה"פ דריי הונדערט זעכציג פונט מיט וואס איר וועט קונה זיין די זכות פון איין קריטישע שעה אין די מארס הויפטקווארטיר אינאיינעם מיט אלע אירע זכותים פון הצלת נפשות.
Donar