אוהל משה - חלקינו בתורתך
- {{teams.current.teamName}}
$
{{secondaryProgressCount()}} {{campaign.secondaryProgressName}}
Collecté sur
{{campaign.isBonus?campaign.bonus:campaign.goal|currency}}
Objectif
Objectif originel {{campaign.goal|currency}}
{{percentRaisedTotal() }}%
{{region.regionName}}
{{region.regionRaised|currencyRate(region.regionGoalCurrency)}} 
Objectif:
{{region.regionGoal|currency(region.regionGoalCurrency)}}
{{region.regionContact}}
  • {{stage.description}} {{stage.description2}}

ישיבה הרמה אהל משה. א נאמען וואס רעדט פאר זיך אליין. א סינאנים פאר הרבצת התורה Plus ...

{{teams.current.teamName}}
{{teams.current.assignment}}
{{teams.current.teamNotes}}
{{teams.current.totalRaisedQty}}
Donateurs
{{teams.current.totalRaised|currencyRate(teams.current.teamCurrency)}}
{{teams.current.totalRaised|currency}}
Collecté sur
{{teams.current.teamGoal|currency(teams.current.teamCurrency)}}
{{teams.current.totalRaisedSecondary}}
Collecté sur
{{teams.current.teamGoalSecondary}}
Updates
{{teams.updates.length}} Posts
{{teams.current.teamName}}
{{post.timeAgo}}
{{donor.initials}}
{{donor.donorName||'Anonyme'}}
{{donor.donationValue|currency}}
{{donor.secondaryValue}}

Donation amount: {{donor.trnAmount|currency}}

{{donor.timeAgo}} avec  {{donor.teamName}} 

{{donor.message}} 

{{donor.reply}} 
{{regions.current.regionName}}
{{regions.current.teamsCount}}
Équipes
{{regions.current.regionRaised|currencyRate(regions.current.regionGoalCurrency)}}
{{communities.current.communityName}}
{{communities.current.teamsCount}}
{{campaign.metadata?.ui?.community?.teams}}
{{communities.current.totalRaisedSecondary}}
{{campaign.metadata?.ui?.shared?.raisedOf}}
{{communities.current.teamGoalSecondary}}
{{communities.current.totalRaised|currencyRate(communities.current.communityGoalCurrency)}} {{campaign.metadata?.ui?.shared?.raised}}
{{communities.current.totalRaised|currency}} {{campaign.metadata?.ui?.shared?.raised}}
{{communities.current.communityGoal|currency(communities.current.communityGoalCurrency)}}
{{campaign.metadata?.ui?.shared?.goal}}
{{communities.current.stepsCount|fixed}} {{campaign.metadata?.ui?.shared?.fitBit?.stepsText}} / {{communities.current.stepsGoal|fixed}} {{campaign.metadata?.ui?.shared?.goal}}
{{team.teamName}}
{{team.assignment}}
{{team.teamNotes}} 
Read More
{{team.totalRaisedQty}}
Donateurs
{{team.totalRaised|currencyRate(team.teamCurrency)}}
{{team.totalRaised|currency}}
Collecté sur
{{team.teamGoal|currency(team.teamCurrency)}}
{{team.totalRaisedSecondary}}
Collecté sur
{{team.teamGoalSecondary}}
Dons Page de l'équipe

{{matcher.matcherNotes}}

ישיבה הרמה אהל משה. א נאמען וואס רעדט פאר זיך אליין. א סינאנים פאר הרבצת התורה, פאר אן אמת'ן חסידישן ברען, פאר א מקום וואס שיינט מיט א כתר תורה וכתר שם טוב. דארט צווישן די הייליגע ד' אמות של תורה ווערט געפארעמט דער הערליכער עתיד פאר הונדערטער תלמידים. דארט פלאנצט מען איין תורה און יראת שמים אויפן ווארימען און ערליכע שטייגער

אהל משה איז א ליכטיגער ווארעמער ארט, פאר בחורים וואס זענען שוין אדורך די ישיבה קטנה/ישיבה גדולה יארן אבער ווילן ווייטער קענען זיצן און לערנען מיט א רואיגקייט, א פלאץ וואו יעדער בחור ווערט באגעגנט מיט הארציגקייט, א פלאץ וואו יעדע בחור וואס וויל שטייגן אין עבודת ה' באקומט דא די ריכטיגע כלים דערצו, א פלאץ וואו מען דערציט די דורות הבאים פון כלל ישראל

איבער דעם שטייט דער נשיא הישיבה, הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א, וואס מיט זיין געוואלדיגער כח התורה האלט ער דער ישיבה שטענדיג אויפן ריכטיגן ספא. לימינו שטייען די איבערגעגעבע ראשי הישיבה, הרה"ג ר' חזקל האלפערין שליט"א הרה"ג ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א און וואס לעבן און ברענען מיט מסירת נפש פאר יעדן בחור באזונדער. זיי געבן זיך איבער בכל לב ונפש, טאג און נאכט, צו פארזיכערן אז יעדע תלמיד וואקסט און שטייגט ברוחניות ובגשמיות

פאר אונזערע טייערע ידידים און בוגרים פון אהל משה, איז דאס נישט נאר א זכות נאר אויך א אחריות. מיר קענען נישט מער אפלייגן; מיר מוזן זיכער מאכן אז דער טייערער פלאץ שטייט על תילה בנויה. אונזער ציל איז אז די בחורים זאלן שטייגן בתורה מיט א אמת'ע געפיל פון התחדשות און מנוחת הנפש

יעדער איינער קען זיין א חלק פון אוהל משה. יעדער איינער קען האבן אן אייביגע שותפות אין דעם מבצר התורה והיראה, אין א ישיבה וואו יעדער בחור געפינט זיינע כוחות מיט מסירת נפש און נאמנות — א היים וואו תורה און יראת שמים ווערן געפלעגט, א ישיבה וואס דינט אלס א מוסטער אין די וועלט פון ישיבות

יעדער איינער קען און, מיט השי"ת'ס הילף, וועט יעדער צולייגן א האנט און צוזאמען וועלן מיר פארזיכערן דעם עקסיזטענץ פון דעם הייליגן מקום תורה, נישט נאר ידידי, הורי, יוצאי, תומכי אהל משה, נאר יעדער איינער מיט א געטרייע הארץ פאר אזא אימפעריע פון תורה קען האבן א אייביגן חלק אין די געוואלדיגע הרבצת התורה פאר דורי דורות

קוקנדיג אויף די לעכטיגע בחורים, יראים ושלמים, שיינט דאס מיט א קידוש השם וואס דערקענט זיך אויף נאנט און אויף ווייט. דאס איז דער כח פון אהל משה

כלל ישראל לאזט נישט דעם עתיד פון די ישיבה אומפארענטפערט, דאס איז אונזער צייט צו פארזיכערן דעם עתיד פון כלל ישראל

לאזט אונז נישט אליין. מיר בעטן אייך צו זיין א טייל צו אנהאלטן דעם ווארעמען בית ה'. מיר לאדענען אייך איין צו האבן א חלק און נחלה אין דעם בית ה', צו זיין צווישן די וואס נעמען א חלק אין דעם וויכטיגן צוועק.

פרוטה לפרוטה מצטרפת, אינאיינעם, מיט די כח פון יעדן איינעם, וועלן מיר דאס בס"ד דערגרייכן


Donner