"אינפארמאציע און דעטאלן איבער "די וואך לאטא
.די ציפירען לויפן אויף פונט, די ציפירען אויף דאלאר זענען ווי עס שטייט אויבן ביים עדווערטייזמענט
?וואס איז דער וואך-לאטא
דאס איז א ספעציעלע ראפל וואס לויפט א גאנץ יאר, וואו יעדע איינציגע וואך ווערט אויסגעראפלט א סכום פון £1,000, דאס מיינט, אז מיט'ן זיך איינשרייבן יעצט אינעם ראפל קען מען האבן יעדע וואך א פרישע געלעגנהייט צו געווינען א טויזענטער. עס קומט אויס, אז פאר א סך-הכל פון £120 א יאר, האט מען יעדע וואך דאסניי א טשאנס צו געווינען טויזנט פונט
חידושים פון היי יאר – לאטא פלאס
דעם יאר האט מען צוגעלייגט א פארגרעסערטע געווינס יעדע פינפטע וואך. דאס הייסט אז אויסער דעם געווינס פון א טויזענטער יעדע וואך, וועט מען הייבן דעם סכום יעדע פינפטע וואך צו גאנצע£3,000 , און דער גליקליכער געווינער פון יענער וואך וועט באקומען 3 אלפים. אזוי ארום, פון אלע 50 געווינערס במשך דעם יאר, וועלן זיין 10 געווינערס וואס וועלן באקומען די גרעסערע געווינס. דאס באדייט א סך הכל פון £70,000 וואס ווערט אויסגעראפלט במשך דעם גאנצן יאר
עס זענען דא נאך חידושים דעם יאר אינעם לאטא: פאר £120 האט מען איין זכות אינעם וועכנטליך אינעם גורל, פאר£180 האט מען צוויי מאל א טשאנס אינעם גורל יעדע וואך, און פאר £360 האט מען גאנצע פינף מאל א געלעגנהייט צו געווינען יעדע וואך א טויזענטער, און יעדע פינפטע וואך דריי אלפים
?וויאזוי קען מען קויפן דער לאטא
א מערהייט פונעם ציבור שטעלט אן א "דיירעקט דעביט", וואס עס גייט ארויס 10 פונט חודש'ליך. דאס איז דער לייכטסטער וועג. אויב מען וויל אבער
קויפן אויף איינמאל, זענען דא עטליכע אפציעס
טשעריטי
מיר זענען א געהעריגע אפיציעלע טשעריטי