Ravtov
- {{teams.current.teamName}}
{{region.regionName}}
{{region.regionRaised|currencyRate(region.regionGoalCurrency)}} 
Objetivo:
{{region.regionGoal|currency(region.regionGoalCurrency)}}
{{region.regionContact}}
  • {{stage.description}} {{stage.description2}}

וואס איז דער וואך-לאטא Más ...

אינפארמאציע און דעטאלן איבער די וואך אין לאטא

וואס איז דער וואך-אין-לאטא?

דאס איז א ספעציעלע ראפל וואס לויפט א גאנץ יאר, וואו יעדע איינציגע וואך ווערט אויסגעראפלט א סכום פון £1,000. דאס מיינט, אז מיט'ן זיך איינשרייבן יעצט אינעם ראפל קען מען האבן יעדע וואך א פרישע געלעגנהייט צו געווינען א טויזענטער. עס קומט אויס, אז פאר א סך-הכל פון £120 א יאר, האט מען יעדע וואך דאסניי א טשאנס צו געווינען טויזנט פונט.

חידושים פון היי יאר – לאטא פלאס

דעם יאר האט מען צוגעלייגט א פארגרעסערטע געווינס יעדע פינפטע וואך. דאס הייסט אז אויסער דעם געווינס פון א טויזענטער יעדע וואך, וועט מען הייבן דעם סכום יעדע פינפטע וואך צו גאנצע £3,000, און דער גליקליכער געווינער פון יענער וואך וועט באקומען 3 אלפים. אזוי ארום, פון אלע 50 געווינערס במשך דעם יאר, וועלן זיין 10 געווינערס וואס וועלן באקומען די גרעסערע געווינס. דאס באדייט א סך הכל פון £70,000 וואס ווערט אויסגעראפלט במשך דעם גאנצן יאר.

עס זענען דא נאך חידושים דעם יאר אינעם לאטא: פאר £120 האט מען איין זכות אינעם וועכנטליך אינעם גורל; פאר £180 האט מען צוויי מאל א טשאנס אינעם גורל יעדע וואך; און פאר £360 האט מען גאנצע פינף מאל א געלעגנהייט צו געווינען יעדע וואך א טויזענטער, און יעדע פינפטע וואך דריי אלפים.

וויאזוי קען מען קויפן דער לאטא?
א מערהייט פונעם ציבור שטעלט אן א "דיירעקט דעביט", וואס עס גייט ארויס 10 פונט חודש'ליך. דאס איז דער לייכטסטער וועג. אויב מען וויל אבער קויפן אויף איינמאל, זענען דא עטליכע אפציעס.

טשעריטי

מיר זענען א געהעריגע אפיציעלע טשעריטי.