Inscribir un equipo
אין הארץ פון ירושלים עיה''ק געפינט זיך א מקום קדוש ווי בחורים שטייגן מעלה מעלה בתורה ובעבודה וביראת שמים, אזש ווען אימער מען גייט נאר דארט פארביי הערט זיך ארויס פון דארט אן הערליכע געזאנג פון א קול תורה ותפילה. אט דאס ארט איז באקאנט אין דער גאנצע געגנט אלס ''ישיבת שער המלך''.
א דערהויבענע הכנסת ספר תורה
דעם פארלאפענעם דינסטאג פר' וישב, בעצם יום של ר''ה לחסידות, י''ט כסלו, א נאכט נאכן חתונה פונעם ראש ישיבה'ס זון, איז פארגעקומען א דערהויבענע מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז געווארן אריינגעגעבן צו ישיבתנו הק' דורך דער ראש ישיבה שליט''א לעילו נשמת זיינע עלטערן ז''ל.
אין די טעג בעפאר דעם מעמד, האבן די תלמודים זוכה געווען זיך צו משתתף זיין ביי גדולי ישראל, אריינגערעכנט ביי הגה''צ ר' משה שטערנבוך שליט''א און ביי הגה''צ י''מ שעכטר שליט''א ווי די פוסקי הדור האבן אנטייל גענומען און אריינגעשריבן אן אות אינעם ספר תורה.
אזוי אויך איז פארגעקומען א 'מעמד כתיבת האותיות' אין ישיבה יענעם מוצ''ש בעפאר דעם מעמד הכנסת ספר תורה, ווי יעדע בחור האט באקומען די געלעגנהייט אריינצושרייבן אן אות אינעם ספר תורה.
דער מעמד איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר יענעם דיסטאג פארנאכטס ווען דער גאנצע ישיבה, יוצאים, שכנים, און אלס פון ארום און ארום זענען געקומען מיטטאנצן און זיך מיטפרייען לכבודו של תורה.
א ליכטיגע יו''ט חנוכה
גאר א ליכטיגע יו''ט חנוכה איז אריבער אין ישיתנו הק', ווען איעדע נאכט האט דער ישיבה צוגעשטעלט א שיינע פראגראם, צו זאל עס זיין דער נאכט ווען עס איז פארגעקומען גאר א ווארעמע קומזיץ צוזאמען מיטן בעל מנגן הר''ר אהרן מרדכי פריעדמאן, צו זאל עס זיין ווען מען האט עטליכע מאל אראפגעברענגט אינטערעסאנטע בעלי דרשנים וועלכע זענען פיל מיט תוכן און ידיעות, צו זאל עס זיין דער אפיצילע שיינע חנוכה מסיבה אין ישיבה, צו סתם א שיינע פארברענג ביי די מגיד-שיעורים אינדערהיים. אלס אבי נישט צו לאזן די בחורים גיין ליידיג ח''ו אין די הייליגע נעכט.
חברה קנין ספרים
ווען עמיצער קומט נאר צום ערשטן מאל אריין אינעם היכל פון אונזער ישיבה, ווערט ער באלד פארגאפט פון דעם ריזן אוצר הספרים וואס געפינט זיך דארט. אין פאקט, זייער ווייניג ערטער פארמאגן אן אוצר הספרים אזוי ווי דאס וואס געפינט זיך אין אונזער ישיבה. זאל עס זיין פון תורה, ש''ס, מפרשי הש''ס, הלכה, השקפה, חסידות, היסטאריע, ידיעות, און פיל מער.
אט דאס איז וואס איז אונזער ישיבה. בעטן מיר פון אייך יעצט ווען דער הייליגע ישיבה מאכט א קאמפיין, טוט וואס איר קענט אריינצוברעגן געלט אינעם קאסע, און בזכות דעם זאלט איר געהאלפן ווערן בכל משאלות.
א דאנק!
בברכת ברכה והצלחה