אינאיינעם וועלן מיר העלפן חבורת פריעדמאן צוענדיגן די בוי ארבעט ביי דעם פרישן נייע מקום תורה
כותלי חבורתינו יוכיחו
'חבורת פריעדמאן' איז א פלאץ וואו עס שיינט ארויס תורה, עבודה און גמילות חסדים. 'חבורת פריעדמאן' איז שוין היינט צוטאגס ב"ה ברייט באקאנט ביי יעדן חו"ל בחור וואס קומט קיין ארה"ק, א חבורה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט איין תכלית, אוועקצושטעלן א עתיד פאר די טייערע תלמידים.
די חבורה איז אויפגעשטעלט געווארן אפאר יאר צוריק דורך די חשובע ראש החבורה הרה"ג המפורסם ר' בעריש פריעדמאן שליט"א, נאכן מיטהאלטן פונדערנאנט ווי טייערע בחורים וואס קומען לערנען קיין ארץ ישראל פילן זיך ממש אויפ'ן וואסער, און זיי האבן נישט די ריכטיגע באגלייטונג וואס פעלט זיך אויס צו קענען אויסנוצן די יארן ווי עס באדארף צו זיין.
די ראש החבורה שליט"א לייגט אריין איבערמידליכע כוחות אויף יעדן טריט און שריט, הארץ און נשמה איז כל כולו פאר די טייערע בחורים די בני החבורה, האבנדיג א פערזענליכע נאנטע קשר מיט יעדן בחור, און טוט אויף גדולות ונצורות אריינלייגנדיג א געשמאק אין תורה וחסידות, סיי בפרטיות און סיי בכלליות, אוועקצושטעלן די בחורים פאר דאס גאנצע לעבן מיט די ריכטיגע השקפת החיים.
רונדע דעם זייגער 24 שעה א טאג 7 טעג א וואך שפירט זיך דער בחור ווי דא איז זיין פלאץ. עס איז צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף, דריי תפילות א טאג, מיט סדרי הלימוד פארמיטאג, נאכמיטאג און ביינאכט. במשך שב"ק איז אויך צוגעשטעלט אלע תפילות, קידוש און סעודות וכו', א בחור זאל פילן ממש ווי אינדערהיים, ס'זאל אים גארנישט פעלן צו קענען צוקומען צו זיין מאקסימום הצלחה, יעדער איינער זאל קענען שטייגן כפי דרגא דיליה.
גלייכצייטיג איז 'חבורת פריעדמאן' ווי א לייכטורעם פאר די אלע בחורים פון די גאנצע אומגעגנט, וואס שפירן זיך באקוועם ווען אימער אריינצוקומען פאר א געשמאקע דאווענען וכדו', ווי אויך דורכצושמועסן אן ענין אדער פאר סיי וואספארא הילף וועלן זיי טרעפן א אוזן קשבת ביי די ראש החבורה שליט"א וואס שטייט גרייט ארויסצוהעלפן יעדן איינציגסטן בחור מיט אלעס וואס ער דארף.
אור חדש על ציון תאיר
מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די פרייליכע נייעס אז 'הרחיבי מקום אהלך', חבורת פריעדמאן שפאנט פאראויס, און נאך גרויס מיה און פלאג האט בס"ד געטראפן א פרישע נייע פלאץ צו קענען איינקווארטירן די חבורה, נעמנדיג אויף זיך א פרישן אונטערנעמונג פון א פלאץ וואס מ'וועט אויסרישן אויף א באקוועמען און אייגענעם פארנעם.
דרינגענד וויכטיג איז געווען צו טרעפן א פרישן רחבות'דיגע מקום נאכדעם וואס די פלאץ ווי די חבורה האט זיך געפונען ביז יעצט איז מען ב"ה שוין אויסגעוואקסן עד אפס מקום, ווי אויך האט מען געדארפט א פרישע פלאץ צו קענען צושטעלן אלע געברויכן פאר די תלמידים ברוחניות ובגשמיות על צד היותר טוב.
די ראש החבורה ר' בעריש שליט"א איינזעענדיג אז פאר די הצלחה פון די בחורים איז עס וויכטיג, און וויסנדיג אז עס וועט ברענגן א לעכטיגע עתיד פאר די חבורה ביתר שאת וביתר עוז, איז אריינגעשפרינגען ראשו ורובו אין א פרישן פראיעקט און געדינגן א פרישע פלאץ, אויף די זעלבע גאס ווי די חבורה האט זיך געפינען ביז יעצט. וואס דאס וועט דינען פאר די קומענדיגע יארן און וועט בעז"ה זיין א מגדל אור פאר די תלמידים, ווי מען וועט קענען בעז"ה מרביץ תורה זיין מיט אסאך מער הרחבת הדעת.
כי בני הגולה בונים היכל לד'
מ'האט תיכף אנגעהויבן מיט די בוי ארבעט פון אוועקשטעלן דעם פרישע רחבות'דיגע מקום תורה, מיט א שיינע פראכפולע היכל בית המדרש, קאווע שטיבל, חדר אוכל, און אלע באדערפענישן וואס עס פעלט זיך אויס פאר די הצלחה פון די תלמידים.
מען דארף איבערבויען דעם גאנצן מקום אז עס זאל קענען ערהאלטן די חשובע תלמידים בס"ד, די בוי ארבעט גייט שוין אן די לעצטע שטיקל צייט און מארשירט ב"ה אויף א שטארקן פארנעם, גאר גרויסע כוחות לייגט מען אריין אז ס'זאל אויסגעשטעלט באטעמ'ט און געשמאק פאר די בחורים, און מ'האפט עס צו קענען פארענדיגן בשלימות און די קומענדיגע וואכן, אז מ'זאל זיך תיכף קענען אריינציען.
מיר קומען יעצט ארויס מיט א רוף צו אחב"י, ס'איז א געלעגנהייט וואס לוינט נישט צו פארפאסן! "מיר בויען יעצט א מקום תורה צו קענען בויען ווייטער דורות"! מיר דארפן אייער הילף צו קענען פארענדיגן און אהערצושטעלן דאס מקום ווי עס דארף צו זיין בקרוב ממש על תילה. כאפטס די געלעגנהייט אפצוקויפן זכותים אדירים אינעם מקום תורה, זכותים וואס וועט אייך אי"ה בלייבן לנצח נצחים.
צדקתכם ונדבתכם יעמוד לעד, און זכות פון אטיילנעמען אינעם אויפבוי פון דעם מקום תורה וועט איר געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות האמורות בתורת משה רבינו ע"ה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו יבנה המקדש עיר ציון תמלא.